שפאניע – ווילדע אנטיסעמיטישע לאזונגען זענען געפונען געווארן אנגעפירקלט אויף א שוהל אין בארצעלאנא, שפאניע. די לאקאלע אידישע געמיינדע זאגט אז די שוהל איז שוין נישט אין באנוץ פאר טעגליכע מנינים, נאר ווערט גענוצט אלס א צענטער פאר אסיפות און שמחות. צווישן די לאזונגען וואס זענען אנגעפירקלט געווארן, האט זיך געלייענט איין מעסעדזש "שוויינען, גייט ארויס פון אונזער לאנד", אינאיינעם מיט האקנקרייצן און אנדערע אנטיסעמיטישע סימבאלן – וואס האט שטארק שאקירט די לאקאלע אידישע איינוואוינער.

דער בארצעלאנא דעפיוטי מעיאר דזשערארדא פיסערעלא האט זאפארט פארארדענט מען זאל דאס פארמעקן, ארויסגעבנדיג א סטעיטמענט צו פארדאמען גאר שארף די געמיינע גראפיטי, און פארשפרעכנדיג צו כאפן די שולדיגע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל