ווארשא – א הויכראנגיקער פוילישער רעגירונג באאמטער, וועלכער האט פארטיידיגט דאס וואס דער פוילישער פרעזידענט אנדרעי דודא האט אונטערגעשריבן און באשטעטיגט דאס געזעץ צו צוימען האלאקאוסט שפראך אין פוילן, איז שטארק אראפגעריסן געווארן, פאר'ן זיך אויסדרוקן מיט אומסענסיטיווע קאמענטארן איבער'ן צווייטן וועלט קריג און די מיליאנען אידן הי"ד וועלכע זענען דאן אומגעקומען.

אנדרעי זייבערטאוויטש (Andrzej Zybertowicz), וועלכער דינט אלס ראטגעבער צו פרעזידענט דודא, האט געזאגט אז דאס וואס מען הערט יעצט אידן איבער דער וועלט שטורעמען וועגן דעם נייעם פוילישן געזעץ, "קומט פשוט פון דעם וואס די אידן שפירן א געפיל פון בושה איבער'ן פאקט אז די אייראפעאישע אידן האבן גארנישט געטון זיך קעגנצושטעלן די נאצישע דעפארטאציעס און סיסטעמאטישע מארדן, און זיי האבן זיך געלאזט פירן צו די שחיטה".

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל