מערילאנד - איינער פון די פאסאזשירן וואס זענען געזעסן אינעם קאר וואס האט אריינגעקראכט אין א צוים נעבן די ען-עס-עי הויפטקווארטירן, זאגט אז די גאנצע זאך איז פשוט געווען א טעות, און זיי האבן נישט געמיינט זיך אריינצוברעכן צו די ען-עס-עי. דער אינצידענט האט פאסירט פאריגן מיטוואך, ווען א קאר מיט דריי פאסאזשירן איז אריינגעקומען אין א געצוימטע געגנט ארום די ען-עס-עי הויפטקווארטיר געביידע אין מערילאנד, וואס האט געברענגט אז די ען-עס-עי וועכטער האבן געשאסן אויפ'ן קאר, און פארוואונדעט דעם דרייווער און די אנדערע. די עף-בי-איי האט גלייך געזאגט אז ס'איז נישט געווען קיין טעראר, און יעצט האט דזשאוואנטעי בראון, איינער פון די פאסאזשירן, געזאגט אז די גאנצע זאך איז געווען א טעות, וויבאלד דער קאר איז געדרייווט געווארן דורך א זיבעצן יעריגער פארשוין וואס האט נישט פארמאגט קיין לייסענס, און ער איז געווארן צעמישט פון די דזשי-פי-עס אנווייזונגען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל