פלארידע - הונדערטער סטודענטן פון דער פלארידע שולע, וואו די שיסעריי האט פאסירט פאריגן מיטוואך, האבן נעכטן מארשירט, צו פארלאנגען פון קאנגרעס און פאליטישאנס, צו אונטערנעמען נייע געזעצן פאר גאן קאנטראל, אז מיליטערישע סארט גאנס זאלן נישט קענען אריינקומען אין די הענט פון שעדליכע פארשוינען. די סטודענטן האבן געהאלטן שילדן און געשריגן לאזונגען, אז סימפאטיע, און טרייסט מעסעדזשעס פאר זייערע אומגעקומענע פריינט, איז בכלל נישט גענוג און וועט גארנישט אויפטאן, נאר די איינציגסטע זאך וואס וועט אויפטאן עפעס, וועט זיין נייע גאן קאנטראל געזעצן. באזונדער האט מען געהערט אז סקולס איבערן לאנד האבן אנגעהויבן פלאנירן א מאסן פאראייניגטן מארש אויף קומענדיגן מערץ 14, ווען הונדערטער טויזנטער סטודענטן וועלן אינאיינעם ארויסשפאצירן פון די קלאסן אינמיטן טאג, און וועלן מארשירן און פראטעסטירן, צו לייגן דרוק אויף קאנגרעס איבער גאן קאנטראל.
ווידיא (זהירות, נשים):
הוסף רשומת תגובה