קאראקאס – דער ווענעזועלער דיקטאטור, ניקאלעס מאדורא, האט נעכטן געזאגט, אז ער וויל אז די קומענדיגע וואלן, זאלן נישט נאר זיין איבער'ן פרעזידענט אמט, נאר אויך אויף אלע זיצן אין די לעגיסלאטיווע הייזער, אינאיינעם מיט יעדן איינציגן לאקאלן פאליטישן אמט איבער'ן לאנד. מאדורא האט א צייט צוריק געמאלדן אז ער פאררופט פריע וואלן פאר זיין ווידערוויילונג, און דאס איז באלד פארדאמט און באיקאטירט געווארן דורך דער אפאזיציע, וועלכע האט געזאגט אז מאדורא וועט פעלשן די וואלן און וועט זיכער מאכן אז אפאזיציע פאליטישאנס האבן נישט קיין עכטן שאנס. נעכטן ביים מעלדן זיין מעגא-עלעקשאנס פלאן האט מאדורא געזאגט, אז ער צילט דערמיט צו "באנייען דעמאקראטיע" אין לאנד און געבן א שאנס פאר יעדן, אבער די אפאזיציע האט עס אוועקגעמאכט אלס ביליגע פראפאגאנדע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל