שפאניע – די שפאנישע רעגירונג האט אונטערגענומען א פראיעקט צו פארזיכערן אז די לאדינו שפראך, וועלכע פלעגט גערעדט ווערן דורך ספרדי'שע אידן מיט הונדערטער יאר צוריק, ווערט פרעזערווירט און וועט ווייטער אנהאלטן אויף א געוויסן פארנעם. די לאדינו שפראך ווערט נאך היינט צוטאגס גערעדט דורך געוויסע אידן אין ארץ ישראל, אפשטאמיגע פון אידן וועלכע זענען פארטריבן געווארן ביים גירוש שפאניע מיט 500 יאר צוריק, אבער די שפראך האלט ביים פארשוואונדן ווערן, און דעריבער האט די "שפאניע רויעל אקאדעמיע" געמאלדן, אז זיי וועלן גרינדן א ספעציעלע אפטיילונג וועלכע וועט אויסלערנען די שפראך פאר ווער ס'איז אינטערעסירט דערין.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל