וואשינגטאן – קוועלער אינערהאלב דער טראמפ אדמיניסטראציע זאגן, אז דער פרעזידענט באטראכט א פלאן צו הייבן די גאזאלין-שטייער אין לאנד. לויט די קוועלער, האט טראמפ דיסקוסירט דעם פלאן ביי א זיצונג מיט הויכראנגיקע אדמיניסטראציע באאמטע און קאנגרעס מיטגלידער פון ביידע פארטייען, וואו עס איז אויפגעברענגט געווארן די מעגליכקייט אז מ'וועט דעקן די קאסטן פון טראמפ'ס אינפראסטרוקטור פלאן דורכ'ן הייבן די גאזאלין-שטייער מיט 25 צענט פער גאלאן, און עס איז שטארק געפאלן פאר טראמפ דעם פארשלאג. למעשה דערווארט מען נישט אז עס זאל ווערן עפעס דערפון, וויבאלד דאס הייבן די גאזאלין-שטייער איז עפעס וואס די ליבעראלן שטופן שוין פאראויס לאנגע יארן, און די רעפובליקאנער זענען אויסגעשפראכן דערקעגן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל