ארעגאן – די סטעיט לעגיסלאטור אין ארעגאן האט באשטעטיגט א מערקווירדיגן און היסטארישן געזעץ, וועלכע דערקלערט אז צו האבן העלט אינשורענס איז א "רעכט" און נישט א פריוויליגיע. ביז היינט איז אין אמעריקע געווען אוועקגעשטעלט אז העלט אינשורענס איז א פריוויליגיע, וואס אויב קען מען זיך דאס ערלויבן, איז גוט, און אז נישט, איז נישט. אונטער אבאמאקעיר, האבן די ליבעראלן געוואלט רוקן אמעריקע נענטער צו א רעאליטעט דורך וועלכע העלט אינשורענס זאל ווערן א רעכט, דאס הייסט אז די רעגירונג וועט עס מוזן צושטעלן, גענוי ווי "מענטשן רעכטן", "ציווילע רעכטן" און "רעליגיע רעכטן". אצינד האבן די ארעגאן סטעיט געזעצגעבער דערקלערט אז העלט אינשורענס אין דער סטעיט איז א רעכט, וואס האט ארויסגערופן פרייד ביי ארימע וועלכע האבן נישט קיין העלט אינשורענס, אבער אין דער זעלבער צייט איז בכלל נישטא קיין קלארע פאנדינג פלאן וויאזוי די סטעיט וועט זיך עס קענען פינאנציעל ערלויבן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל