פלארידע – די "ספעיס-עקס" פירמע, אונטער פירערשאפט פונעם ביליאנער און מייסטער-ערפינדער עלאן מאסק, האט נעכטן סוקסעספול ארויפגעשאסן צו די הויכע רוימען, איר נייעסטע סארט ראקעט, דער "פאלקאן העווי", וואס מאסק האט עס באצייכנט אלס א היסטארישע מינוט, וויבאלד דער ראקעט וועט האפנטליך ארויפפליען ביז'ן ארביט ארום פלאנעט מארס, און דאס וועט זיין די ערשטע טריט אין מאסק'ס ציל ארויפצושיקן מענטשן קיין מארס און דארטן אוועקשטעלן א שטאט מיט מענטשן. דער ראקעט איז ארויסגעשאסן געווארן פון קעיפ קענעוורעל, פלארידע, פונעם זעלבן ארויפשיס פלאטפארמע וועלכע איז גענוצט געווארן נאענט צו פופציג יאר צוריק דורך נאסא, ארויפצושיקן מענטשן צו דער לבנה, און אפצוצייכענען דעם סימבאלישן היסטארישן מינוט, האט מאסק ארויפגעשטעלט זיין פריוואטן "ראודסטער" טעסלא אויטא אויפ'ן ראקעט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל