פארטא ריקא – נעכטן איז אויפגעדעקט געווארן אז פימא, די פעדעראלע עמורדזשענסי אגענטור, האט פארלאפענעם אקטאבער געשאנקען א 156 מיליאן דאלארדיגן קאנטראקט פאר א פירמע צו ליפערן 30 מיליאן עמורדזשענסי מאלצייטן קיין פארטא ריקא, וועלכע פלאגט זיך נאך אלץ מיט האריקעין מאריא'ס נאכווייען, אבער דער קאנטראקט איז אפגעשטעלט געווארן נאך 20 טעג, וויבאלד די פירמע האט בלויז געהאט געליפערט קארגע פופציג טויזנט מאלצייטן. די פירמע איז "טריביוט קאנטראקטינג", אונטער'ן אייגענטום פון איין פרוי אין אטלאנטא, דזשארדזשיע, און אצינד וויל קאנגרעס אויספארשן וויאזוי די פירמע האט באקומען אזא גרויסן קאנטראקט, און וויאזוי פימא האט זיך למעשה אן עצה געגעבן מיט'ן ליפערן די מיליאנען מאלצייטן.

בילד

טריביוט קאנטראקטינג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל