פלארידע – דער דרייווער פון אן אויטא, וועלכע האט געזאלט זיין טייל פון דער מאטארקאדע פון פרעזידענט טראמפ אין פלארידע, איז צייטווייליג ארעסטירט געווארן נעכטן אינדערפרי, נאכדעם וואס סיקרעט סערוויס אגענטן האבן געטראפן א באהאלטענעם גאן אין זיין זעקל ביי א רוטינע זיכערהייט אונטערזוכונג. דער דרייווער האט געזאלט פירן די גרופע זשורנאליסטן וועלכע באגלייטן דעם פרעזידענט וואו ער גייט און שטייט, און ער האט זיך פארענטפערט פאר די סיקרעט סערוויס, אז ער האט פשוט פארגעסן איבערצולאזן דעם גאן, וועלכע ער פארמאגט, לעגאלערהייט, אין דער היים. וויבאלד דער אינצידענט האט פאסירט ווען די געפילן זענען נאך רוי איבער דער פלארידע שולע שיסעריי, האט עס געברענגט אן ערנסטע שרעק, אבער די סיקרעט סערוויס האט קלארגעשטעלט אז קיינער איז נישט געווען אין קיין שום געפאר.
הוסף רשומת תגובה