פילאדעלפיע - דער העכסטער סטעיט סופרים קאורט אין פענסילוועניע האט נעכטן פובליצירט נייע מאפעס פון די פריש-איינגעטיילטע דיסטריקטס פון דער גאנצער סטעיט, וואס דאס געריכט זאגט אז די מאפעס זענען איינגעטיילט לויט פראקטיק, און נישט מיט פאליטישע מאטיוון. מיט עטליכע וואכן צוריק האט דאס זעלבע געריכט ארויסגעגעבן אן אורטייל, אז די עקזיסטירנדע צעטיילונג פון קאנגרעסיאנאלע דיסטריקטס אין דער סטעיט, איז אומלעגאל, וויבאלד ס'איז געשטיקלט געווארן דורך די רעפובליקאנער מיט פאליטישע מאטיוון, אז עס זאל זיי בענעפיטירן ביי די וואלן און אפשוואכן דעם אפעקט פון דעמאקראטיש-רעגיסטרירטע וויילער. די רעפובליקאנער אין פענסילוועניע האבן פרובירט צו בעטן פונעם העכסטן סופרים קאורט אין וואשינגטאן זיך אריינצומישן און אנולירן דעם סטעיט געריכט'ס אורטייל, אבער דער סופרים קאורט האט ארויסגעווארפן די ביטע, און די רעפובליקאנער האבן געהאט א דעדליין צוצושטעלן נייע מאפעס. זיי זענען דורכגעפאלן דעם דעדליין, און דאס געריכט האט דעריבער גענומען די זאך אין די אייגענע הענט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל