וואשינגטאן – נאענט צו 75 פראצענט פון יונגע אמעריקאנער בירגער, אין די יארגענג צווישן זיבעצן און 24, זענען נישט פעליג צו דינען אין מיליטער, צי ווייל זיי האבן געזונטהייט אישוס, אדער א קרימינאלן רעקארד. די פרישע ציפערן קומען פון ברייען בענדער, א מיליטערישער עקספערט וועלכער האט אפגעשריבן אן ארטיקל פאר "פאליטיקא" נעכטן, אין וועלכע ער ברענגט ארויס אז דאס מיליטער שטייט אויס אן ערנסטן מאנגל, אויב וויל זי זיך נעמען רעקרוטירן פרישע טויזנטער זעלנער, און פרעזידענט טראמפ'ס נייער בודזשעט רופט צו פארגרעסערן דאס מיליטער, מיט'ן צולייגן פרישע 26 טויזנט זעלנער ביז אקטאבער יאר 19' און נאך ארום 30 טויזנט זעלנער ביז יאר 023'. אויב די ציפערן זענען טאקע ריכטיג, וועט זיין שווער פאר'ן מיליטער צו עררייכן די ציפערן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל