קאליפארניע – צוויי פארשוינען האבן זיך נעכטן דערקלערט אומשולדיג אויף מארד קלאגעס, אין פארבינדונג מיט דעם טויטליכן וועירהאוז פייער וואס האט פאסירט אין יאר 2016 אין אוקלענד, קאליפארניע, וואו 36 זענען אומגעקומען. ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט נישט לאנג נאכ'ן פייער, האט דער וועירהאוז אפערירט אלס אן ארטיסטישער צענטער, וואו מענטשן האבן געוואוינט און פארברענגט, טראץ וואס עס האט נישט געהאט די לעגאלע און נויטיגע פערמיטן דערפאר. דער וועירהאוז האט אויך נישט געהאט די נויטיגע צאל ארויסגענג טירן, וואס האט געברענגט אז ווען דאס פייער האט אויסגעבראכן, האבן א גרויסע צאל פון די פארכאפטע נישט געקענט ארויסקומען.
די צוויי, דעריק אלמענא און מעקס העריס, זענען ארעסטירט געווארן מיט א יאר צוריק, ווערנדיג אנגעקלאגט מיט הארבע קלאגעס, צוליב וואס זיי האבן אנגעפירט די אפעראציע צו פארוואנדלען דעם וועירהאוז אלס א צענטער פאר פארברענגען, און יעצט האבן זיי זיך דערקלערט אומשולדיג.
הוסף רשומת תגובה