פראקורארן פארלאנגען אן אורטייל פון לעבנסלענגליכער תפיסה פאר'ן טעראריסט וואס האט אין 06' אונטערגעשטעלט צוויי באמבעס אין מאנהעטן, איינע פון וועלכער האט אויפגעריסן און געשעדיגט דרייסיג מענטשן.

אכמעד כאן ראכיני, א ניו דזשוירזי איינוואוינער וואס קומט פון אפגאניסטאן, האט פארגאנגענעם סעפטעמבער 06' פארפלאנצט דריי באמבעס, איינע אין ניו דזשוירזי, וואס האט אויפגעריסן אבער נישט גורם געווען קיין שאדנס, און צוויי אנדערע אין דער טשעלסי-געגנט פון מאנהעטן.

מיט צוויי טעג שפעטער איז ראכיני ארעסטירט געווארן אין לינדען, ניו דזשוירזי, און ווי פראקורארן ווייזן אן האט ער קיינמאל נישט אויסגעדריקט קיין חרטה אויף זיין אקט, נאר גאר פרובירט צו ראדיקאליזירן אנדערע ארעסטאנטן און זיי צורעדן זיך אנצושליסן אינעם דזשיהאד קעגן אמעריקע -- אריינגערעכנט דאס זיי געבן צו לייענען א דזשיהאד-האנטבוך, מיט אנווייזונגען וויאזוי צו פראדוצירן היימיש-געמאכטע באמבעס.

ראכיני'ס משפט האלט אינמיטן, און וועט אין דער נאענטער צוקונפט פאראורטיילט ווערן דורך א פעדעראלן ריכטער אין מאנהעטן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל