טאפיקא, קענסעס.

"ברייען חזקי" דער דירעקטאר פון די וואלן פארן קענסאס סעקרעטערי אוף סטעיט האט קאטאגאריש אפגעווארפן און אנאלירט די רעכטען פון 'אנגאס פ. וואאלי' צו לויפן פאר גאווארנער פון די שטאט קענסעס.

ווער איז דאס 'אנגאס פ. וואאלי'?

אט הערט.
'אנגאס פ. וואאלי' איז א הינטעל וואס באלאנגט פאר 'טערען וואאלי', א איינוואוינער אין האטשינסאן קענסעס.

'טערען וואאלי' האט איינגעגעבען זיין הינטל אלס א קאנדידאט פארן גאווערנערס אמט פון די שטאט קענסעס. די וואלן ווערן אפגעהאלטן די יאר. 2018.

דער באלאבוס פונעם הינטל האט באשלאסן אריינציגעבן זיין הינטל אלס קאנדידאט נאך וואס 6 צענערלינגן האבן זיך אנגעגעבען און איינגעשריבן צו קענען לויפן פאר די גאווערנער אמט פון קענסעס...

אבער דער סעקרעטערי אוף קענסעס סטעיט - קריס קאבאך, רעפאבליקאנער - האט אפגעווארפן די רעכטן פונעם הינטל צו לויפן פארן אמט. זאגענדיג אז "די געזעץ פארלאנגט א 'מענטש' א 'פארשוין' צו לויפן פארן אמט, סאו דער הינטל קען נישט לויפן פארן אמט.

'טערען וואאלי', דער באלאבוס פונעם הינטעל האט זיך געוויצעלט איבער די מעגליכקייט פון "אנדערע מאטיווען" פארוואס דער סעקרעטערי אוף סטעיט וויל נישט ערלויבן דעם הינטל צו לויפן אלס גאווארנער, "איך שפיר אז מעגליך האט די סעקרעטערי אוף סטעיט מורא צו פעיסען 'אנגאס' אין א פריימערי אדער גענעראלע וואלן... איך שטעל זיך אזוי פאר, זינט 'אנגאס' איז א דעמאקראט" האט טערען וואאלי געזאגט מיט שפאס...

ווען ריפארטערס האבן געפרעגט דעם דירעקטאר פון די וואלן קאמיטעי "וואס וועט פאסירן אויב די הינטל לויפט יא?" האט ער געזאגט אז ער ווייסט נישט וויאזוי דאס צי ענטפערען, ווייל א הינט איז נאכנישט געלאפן פאר די אמט.

אויף וועלכע שמאטע האט געוואלט אריינשרייען "א נייע מעשה! קוק נאר אן קאליפארניע... דארט איז א הינט געלאפן. און זאגאר געוואונען"....

בילד

פון שמאטע

מקור

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל