ענגלאנד – אלע פלי רייזעס אריין און ארויס פונעם "לאנדאן סיטי" לופטפעלד, זענען נעכטן אינדערפרי אפגעשאפן געווארן, צוליב א באמבע-שרעק, אבער נישט אויס שרעק פון אן אונטערגעשטעלטע טעראר באמבע, נאר פון א גרויסע באמבע וואס מ'האט געפונען אין דערנעבנדיגער טעמעס טייך, וואו עס ליגט שוין זינט דער צווייטער וועלט קריג. די דייטשע אומאויפגעריסענע באמבע איז אפגעפונען געווארן בעת ארבעטער האבן דורכגעפירט קאנסטרוקציע נעבן דעם לאנדאן סיטי לופטפעלד, און זיי האבן עס געטראפן ליגן אין נידריגע וואסער אויף א הויפן זאמד. ספעציעלע עקספערטן פון דער בריטישער נעווי זענען אריינגערופן געווארן, און מען האט זאפארט אפגעשטעלט אלע אפעראציעס און פלי-רייזעס אינעם לאנדאן סיטי לופטפעלד, אויס זארג אז די באמבע וועט עקספלאדירן. די עקספערטן האבן נעכטן איבער'ן טאג געארבעט אריינצושטופן די באמבע פון די זאמד טיפער אריין אין וואסער, פון וואו עס וועט אוועקגעשלעפט ווערן דורך א שיף צו אן איזאלירטע זאנע פאר א קאנטראלירטע אויפרייס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל