מאסקווע – רוסישע קוועלער זאגן, אז רוסישע זעלנער זענען געווען צווישן די וועלכע זענען געשטארבן ביי שלאכטן וואס האבן אויסגעבראכן א פאר טעג צוריק צווישן פרא-אסאד קרעפטן און פרא-אמעריקאנער קרעפטן אין סיריע. די שלאכטן האבן אויסגעבראכן אינעם דיאר על זאר פראווינץ, וואו די פרא-אסאד קרעפטן האבן פלוצלינג אנגעהויבן איבערצופאלן די אמעריקאנער-געשטיצטע רעבעלן, פירנדיג דערצו אז דאס אמעריקאנער מיליטער זאל באמבארדירן די אסאד קרעפטן, פון וועלכע הונדערט זענען אומגעקומען. יעצט הערט מען אז צווישן די הונדערט אומגעקומענע זענען אויך געווען רוסישע זעלנער, וואס איז דאס ערשטע מאל וואס רוסישע זעלנער אין סיריע, שטארבן אלס רעזולטאט פון אן אמעריקאנער לופט אטאקע, און מען קען דערווארטן אז דאס זאל נאך מער פארשארפערן דעם ריס צווישן אמעריקע און רוסלאנד.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל