די ווערט פון דער אינטערנעט-ריטעיל ריז, עמעזאן, האט היינט דינסטאג דערגרייכט 685-ביליאן דאלאר, איבערשטייגנדיג דעם טעכנאלאגישן ריז, מייקראסאפט, וועמענס ווערט שטייט ביי 684-ביליאן דאלאר צום ערשטן מאל.

עמעזאן איז גלייכצייטיג דערמיט געווארן די דריט-רייכסטע אמעריקאנער קאמפאני, נאך עפל און גוגל.

דער גרינדער פון עמעזאן, דזשעף בעזאס, האט שוין פריער איבערגעיאגט דעם פירער פון מייקראסאפט, ביל געיטס, מיט זיין פערזענליכן רייכטום.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל