אידישע וועטער באריכט


די פארוואלקענטע און קאלטע וועטער, בלייבט מיט אונז היינט נאכט. מארגן קומט א שטורם. די לופט איז גענוג קאלט אז עס הייבט זיך אן ווי שניי און אייז אין שטאט, אבער עס זעהט אויס ווי עס טוישט צו רעגן גאנץ שנעל, מיט א קאוטינג - צו מערסטענס - איין אינטש. עס קען רעגענען שווער ארום מיטאג. אפסטעיט איז עס אן אנדערע מעשה, און מיט קעלטערע לופט, קען שנייען גאנץ שווער פאר רוב מיטוואך צופרי, פאר עס טוישט זיך איבער צו אייז און רעגן נאכמיטאג.

די טרעק פון די שטורמס די מאנאט, גייען אלע אדער נאנט צו דער שטאט אדער צו אונזער מעריב, און דאס מיינט אז מילדע לופט ווערט אריינגעשלעפט ביי יעדער שטורם, ווען די שטורם גייט פארביי ברענגט עס אונטער זיך קעלטערע לופט. בקיצור, א גוטע טרעק אויב איהר האט נישט ליב קיין שניי.

די פאראדע פון שטורמס גייט ווייטער, מיט טרוקענע און קעלטערע לופט פאר א טאג צוויי, פאר די קומענדיגע שטורם און מילדע וועטער קומט אן. אויסער דעם איז נישט דא קיין גרויסע וועטער נייעס דערווייל.


ניו יארק סיטי
היינט נאכט-🌛☁️29
מיטוואך-❄️⬅️☔️42
נאכט-🌧/☁️28
דאנערשטאג -🌤💨32
נאכט-🌛☁️22
פרייטאג-🌥38
שבת-☁️45
זונטאג-☔️ 48
מאנטאג-🌤42
דינסטאג-🌤45

לעיקוואוד
היינט נאכט-🌛☁️27
מיטוואך-❄️?⬅️☔️48
נאכט-🌧/☁️30
דאנערשטאג -🌤💨32
נאכט-🌛☁️22
פרייטאג-🌥40
שבת-☁️/🌧?48
זונטאג-☔️ 50
מאנטאג-🌤42
דינסטאג-🌤45

מאנסי און קרית יואל
היינט נאכט-🌛☁️20
מיטוואך-❄️⬅️☔️33
נאכט-🌧/☁️22
דאנערשטאג -🌤💨28
נאכט-🌛☁️15
פרייטאג-🌥33
שבת-🌨?/☁️40
זונטאג-☔️ 42
מאנטאג-🌤38
דינסטאג-🌤41

מאנטריאל
(קרית טאהש נעמט אראפ 3 דעגריס)
היינט נאכט-☁️9
מיטוואך-❄️20
נאכט-☁️10
דאנערשטאג -🌤💨18
נאכט-🌛☁️12
פרייטאג-🌨?20
שבת-🌤23
זונטאג-❄️? 25
מאנטאג-🌤21




א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל