א ניו יארקער ריכטער האט געשאפן פרישע קאפ ווייטאג פאר׳ן טראמפ אדמינסטראציע און געאורטיילט אז די טראמפ אדמינסטראציע האט נישט קיין לעגאלע רעכט צו ענדיגן דעם דאקא פראגראם קומענדיג מערץ 8 אזוי ווי זי האט געפלאנט, דער ריכטער ניקאלאס גראופיס שרייבט אינעם אורטייל אז די אדמינסטראציע האט נישט געגעבן קיין געהעריגע לעגאלע באזיס צו ענדיגן דעם פראגראם און דארף דעריבער אננעמען פרישע אפליקאציעס פאר די וועלכע זענען בארעכטיגט זיך צו אנשליסן אין דעם פראגראם וועלכע איז אונטערגעשריבן דורך פרעזידענט אבאמא.

דאס קומט נאכדעם וואס א ריכטער אין סאן פראציסקא האט שוין פאריגן מאנאט געאורטיילט אז די אדמיניסטראציע האט נישט די רעכט צו אוועקנעמען די לעגאלע סטאטוס פון די 800,000 וועלכע זענען אנגעשלאסן אינעם פראגראם. דאס ווייסע הויז האט אריינגעגעבן א ספעציעלע ביטע צום העכסטן געריכט אז זיי זאלן אנולירן דעם אורטייל וויבאלד די געריכט טוט דערמיט זיך אריינמישן אין אן אנלעגנהייט וועלכע באלאנגט צום לעגיסלאטיוון פליגל פון די רעגירונג, און די געריכט וועט באהאנדלן דעם ביטע דעם פרייטאג.

די יוסטיץ דעפארטמענט האט אין א סטעיטמענט אפגעווארפן דעם אורטייל זאגנדיג אז די גאנצע פראגראם האט נישט קיין לעגאלע האפט וויבאלד פרעזידענט אבאמא האט געזאלט באקומען א באשטעטיגונג פון קאנגרעס פאר דעם פראגראם, דערווייל איז אומקלאר וויאזוי דאס וועט זיך אויסשפילן וויבאלד עס איז מעגליך אז סענאט וועט אדורכפירן א געהעריגע אימיגראציע ביל ביז דאן, און עס וועט זיין איבריג צו ענדיגן דעם פראגראם.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל