אידישע וועטער באריכט


פון די קומענדיגע וואך ביז 10 טעג, וועט ברענגען כמעט אלע סיזאנעס פון יאר לגבי די וועטער.

צו ערשט ווערט פארוואלקענט היינט נאכט, מיט א אפאר שויערס מעגליך. מארגן וועט די רעגן זיך אפשטעלען צופרי, און עס וועט בלייבן מערסטענס פארוואלקענט, אבער עס וועט ווערן גאנץ ווארעם. עס וועט זיין איבער 60 אין שטאט, און - אויב עס איז פארהאן מער זון ווי גערעכענט, קענען מיר זעהן 65!

מארגן נאכט און פרייטאג קומט א קאלטע פראנט, מיט רעגן און מילדע וועטער פאר פרייטאג. פרייטאג צונאכטס ווערט קעלטער, און שבת איז טייל זוניג אבער קאלט.

מוצאי שבת ביז זונטאג צופרי, קומט אונזער מעגליכקייט פאר שניי. מערסטענס וועטער מאדעלן האלטן נאך מיט עפעס א שניי. וויפיהל, און אויב עס בלייבט בלויז שניי, דארף מען נאך אויסארבייטען.

זונטאג ווערט טייל זוניג און קיהל. קומענדיגע וואך וועט זיין מערסטענס פארוואלקענט, מיט מעגליכקייטן פאר רעגן און שויערס, אבער אויך אסאך מילדער. אויב די זון קען ארויסקומען, איז נאך מעגליך צו זעהן טעמפּעראַטורן אין די הויכע 60'ערס ביז ארום 70.


ניו יארק סיטי
היינט נאכט☁️/🌧45
דאנערשטאג -🌥63
נאכט- ☔️50
פרייטאג-🌧/🌥55
פרייטאג צונאכטס-☁️🌛25
שבת-🌤37
מוצאי שבת -❄️30
זונטאג-🌤45
מאנטאג-🌥48
דינסטאג-🌧?58
מיטוואך-🌧?60

לעיקוואוד
היינט נאכט☁️/🌧45
דאנערשטאג -🌥65
נאכט- ☔️52
פרייטאג-🌧/🌥60
פרייטאג צונאכטס-☁️🌛23
שבת-🌤/❄️?38
מוצאי שבת -❄️30
זונטאג-🌤47
מאנטאג-🌦52
דינסטאג-🌧?58
מיטוואך-🌧?60

מאנסי און קרית יואל
היינט נאכט☁️/🌧40
דאנערשטאג -🌥58
נאכט- ☔️45
פרייטאג-🌧/🌥48
פרייטאג צונאכטס-☁️🌛16
שבת-🌤34
מוצאי שבת -❄️25
זונטאג-🌤40
מאנטאג-🌥45
דינסטאג-🌧?55
מיטוואך-🌧?56

מאנטריאל
(קרית טאהש נעמט אראפ 3 דעגריס)
היינט נאכט☁️28
דאנערשטאג -🌧43
נאכט- ☔️37
פרייטאג-🌧?🌨35
פרייטאג צונאכטס-☁️🌛2
שבת-🌤19
מוצאי שבת -☁️18
זונטאג-🌤32
מאנטאג-🌨?34
דינסטאג-🌨?36




א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל