אידישע וועטער באריכט


היינט זענען מיר צוריקגעשליידערט געווארן צו ווינטער, מיט א לייכטע רעגן און 39 דעגרי אין ברוקלין ווי עס איז יעצט ביים שרייבן די שורות, 24 שעה צוריק, איז געווען 78!

עס ווערט נאך קעלטער, און די רעגן קען זיך מישן מיט אייז אין שטאט, און שניי און אייז מיט גליטשיגע ראודס אפסטעיט. שפעטער איבערנאכט ענדיגט זיך די רעגן, אייז און שניי, אבער עס בלייבט קאלט. פרייטאג קומט די קומענדיגע מעגליכקייט פאר רעגן מיט קיהלע וועטער. שפעטער פרייטאג צונאכטס און שבת צופרי, קען עס בלייבען טרוקען, אבער נאך רעגן קען אנקומען שפעטער שבת, און דאס וועט אנגיין ביז זונטאג ביינאכט. פון מאנטאג ביז מיטוואך (תענית אסתר) זעהט אויס צו ווערן זוניג און קיהל. די קומענדיגע שטורם וואס קען זיין א גרויסע, קען אנקומען פורים שפעט בייטאג, אדער כאטש ווארטן ביז שפעטער ביינאכט. אזא שטורם קען ברענגען שטארקע ווינטן און שווערע רעגן צום שטאט, מיט אפילו שניי אפסטעיט.

ווי שוין דערמאנט, איז עס שווער צו פאראויסזאגן מיט א קלארקייט אויף ווייטער ארויס פון אפאר טעג. עס ענדיגט זיך נישט בלויז מיט איין שטורעם. די וואך נאך פורים, קען ברענגען נאך א שטורעם, וואס קען זיין שניי איבעראל. איינפאלס, בלייבט אויף די טשענעל פאר טעגליכע אפדעיטס.


ניו יארק סיטי
היינט נאכט🌧35
פרייטאג-☔️44
פרייטאג צונאכטס-🌧?40
שבת-☁️/🌧?52
זונטאג-☔️52
מאנטאג-🌤52
דינסטאג-🌤50
מיטוואך-🌤50
ליל פורים-🌛☁️36
פורים -🌦48

לעיקוואוד
היינט נאכט🌧35
פרייטאג-☔️47
פרייטאג צונאכטס-🌧?45
שבת-🌧?55
זונטאג-☔️60
מאנטאג-🌤54
דינסטאג-🌤52
מיטוואך-🌤52
ליל פורים-☁️37
פורים -🌦48

מאנסי און קרית יואל
היינט נאכט❄️⛷28
פרייטאג-⛷/☔️39
פרייטאג צונאכטס-🌧?37
שבת-☁️/🌧?49
זונטאג-☔️48
מאנטאג-🌤48
דינסטאג-🌤45
מיטוואך-🌤48
ליל פורים-🌛☁️36
פורים -🌦44

מאנטריאל
(קרית טאהש נעמט אראפ 3 דעגריס)
היינט נאכט🌛☁️18
פרייטאג-⛷32
פרייטאג צונאכטס-⛷⬅️🌧36
שבת-🌤41
זונטאג-☔️?❄️40
מאנטאג-🌤36
דינסטאג-🌤37
מיטוואך-🌤36




א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל