ווארטזאגער פאר די קורדישע קעמפער אין צפון סיריע ביים גרעניץ מיט טערקיי זאגן אז פילע פרא-אסאד מיליציע קעמפער האבן זיך שוין אנגעשלאסן אין זייער קאמפ קעגן די טערקישע אינוואזיע, אבער אפעלירן צו אסאד פאר מער מיליטערישע הילף און ווילן אז ער זאל שיקן די אפיציעלע סירישע מיליטער צו אפשלאגן די טערקישע אינוואזיע וואס אסאד האט פארדאמט מיט די שארפסטע טערמינען און עס אנגערופן א קריגס דעקלעראציע.
דער ווארטזאגער האט געזאגט ״אסאד האט אונז געשיקט פילע פון זיינע מיליציע קעמפער, אבער צו אפשטעלן טערקיי פארלאנגען מיר מער מיליטערישע קראפט״. און האט שטארק אפעלירט צו אסאד צו טון מער אפצושטעלן דעם טערקישן בלוטבאד וואס האלט שוין באלד ביי טויזנט אומגעקומענע.
לויט באריכטן טוט רוסלאנד צוריקהאלטן אסאד פון שיקן שטארקע מיליטערישע כוחות צום טערקישן גרעניץ וויבאלד זי זוכט צו אויסמיידן א דיפלאמאטישע קריזיס מיט טערקיי וועלכע איז א פריינט פאר רוסלאנד, וועלכע איז די רוקנביין פון די סירישע מיליטער.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה