ירושלים - היינטיגן דינסטאג וועט זיך די ועדת חוץ ובטחון פון כנסת המינים אין מדינת ישראל ווידער צוזאמזעצן דן זיין אין די פלענער פון 'הבה נתחכמה לו,' און מ'שאצט אז ביי דער ענדע פון זייער זיצונג וועלן מעגליך באשטעטיגט ווערן די נייע רעגולאציעס פון גזירת 'גיוס בנות', וואס וועט רח"ל ערלויבן דאס מיליטער צו קענען מיט זייער בליק אפשאפן יעדן 'פטור' צוליב רעליגיע פון מיליטערישע דינסט, וואס ווערט ביז היינט געשאנקען פאר יעדע פרומע מיידל אין ארץ ישראל.

גדולי ישראל פון אלע קרייזן און שיכטן, אין ארץ ישראל און איבער דער גארער וועלט, האבן שוין געלאזט הערן זייער שארפע התנגדות צו די נייע רעגולאציעס, און עס האט זיך נאך דערווייל נישט ארויסגעשטעלט קיין שום תורה'דיגער פערזענליכקייט וואס זאל עס יא באשטעטיגן.

אויפ'ן רוף פון כ"ק מרן הגה"ק גאב"ד ירושלים שליט"א ובית דינו הצדק, האבן זיך נעכטן נאכט צוזאמגענומען טויזנטער אידן אויף רחבת ככר זופניק אין ירושלים, וואו מ'האט אויסגעשריגן דאס שארפע התנגדות פון חרדישן אידנטום צו די נייע רעגולאציעס, וואס וועלן היינט ארויפגעברענגט ווערן אין כנסת המינים צו א דיון איידער עס ווערט באשטעטיגט. היל"ת.

הרשעים כים נגרש השקט לא יוכלו.

פלאקאט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל