וואשינגטאן – ביבי נתניהו'ס פרעכע חוצפה האט נישט קיין גרעניצן. אויב האט מען געמיינט אז ער האט זיך נישט פארטראגן מיט פרעזידענט אבאמא, ווייל אבאמא האט עפעס געהאט קעגן מדינת ישראל, האט מען זיך נעכטן קלאר איבערגעצייגט ווי דאס איז אלעס געווען א זייפן-בלאז, ווייל אויך צו פרעזידענט טראמפ האט ביבי אנגעהויבן חוצפה'ן זיך אויף א שרעקליכן פארנעם.

עס איז נעכטן באריכטעט געווארן אז אין א סטעיטמענט פאר מיטגלידער פונעם ליכוד פארטיי האט ביבי געזאגט, אז ער דיסקוסירט א פלאן מיט דער טראמפ אדמיניסטראציע, אז מדינת ישראל וועט פערמאנענט אנעקסירן די געגנטער אין די אקופירטע געביטן וואו עס עקזיסטירן די מתנחלי'שע זידלונגען, אז זיי זאלן ווערן געהעריג טייל פון מדינת ישראל.

דאס האט געברענגט אן אינטערנאציאנאלן שטורעם, ווייל אזא אנעקסירונג וועט זיין א פרעצעדענטלאזע שריט, און די טראמפ אדמיניסטראציע האט שטארק געברויזט אויף די מדינת ישראל באאמטע, פארלאנגענדיג הונטער די קוליסן אז ביבי זאל ארויסקומען און עפנטליך צוריקציען דערפון, און אויך דאס ווייסע הויז איז ארויסגעקומען און קאטעגאריש געלייקנט אז זיי זאלן האבן דיסקוסירט אזא זאך סיי ווען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל