עטליכע זענען פארוואונדעט געווארן היינט אן א שיסעריי פארנט פון די הויפטקווארטירן פון די עס-ען-עי שפיאנאזש אגענטור, די אינצידענט האט פאסירט ביים טויער פון די העכסט געהיימע און שטרענג באוואכטע קאמפלעקס נאכדעם וואס א ווען האט פרובירט צו אריינפארן אינעם צוים און די וועכטער האבן געעפנט פייער אויף אים. אין אנהויב האט די עף-בי-איי נישט אנגעגעבן מער דעטאלן איבער וואס האט פאסירט און ווער עס זענען די פארוואונדעטע, זיי האבן בלויז געזאגט אז עס האנדלט זיך נישט פון קיין זיכערהייטס געפאר. ווי עס שטעלט זיך ארויס זענען דריי פארוואונדעט געווארן, אריינגערעכנט א פאליציי אפיציר, און דריי אנדערע זענען אונטער ארעסט, דערווייל הערשט נאך אן אומקלארקייט ארום די דעטאלן פונעם אינצינדענט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל