דער ספעציעלער פארשטייער פון די יו.ען. איבער סיריע סטעפאן דע-מיסטורע האט אדרעסירט די לעצטערע אויפשטייג אין אטאקעס קעגן די רעבעלן פאר די יו.ען. זיכערהייטס קאנסיל זאנדיג ״אין מיינע פיר יאר אלס פארשטייער פון די יו.ען. צו סיריע האב איך נאכנישט געזען אזא קריזיס״ און געזאגט אז די לעצטע וואך איז געווען איינס פון די בלוטיגסטע אין די זיבן יעריגע ברודער קריג ווען די סירישע רעזשים מיט די הילף פון רוסלאנד און איראן האבן ברוטאל באמבאדירט באוואוינטע געגנטער אין אידליב און אין גוטא. זיין רעדע איז געקומען ביי א זיצונג פונעם זיכערהייטס קאנסיל ווי עס ווערט געפלאנט צו פארלאנגן א 30 טאגיקע פייער אפשטעל פאר הומאניטארע צוועקן, און פארלאנגן פונעם סיריער רעזשים צו צולאזן הילף פאר די פארכאפטע איינוואוינער אין די רואינירטע געגענטער וועלכע שטייען אויס אטאקעס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל