ניו יארק – פּאליציי אין ניו יארק פּרובירן צוזאמצושטעלן די מיסטעריע, וויאזוי א קאנאדישער בירגער, וועלכער האט זיך געפונען אויף וואקאציע אין ניו יארק, איז אנגעקומען פּלוצלינג קיין קאליפארניע, און יענער האט נישט די מינדעסטע אנונג אדער זכרון וויאזוי דאס האט פּאסירט. דער מערקווירדיגער אינצידענט האט פּאסירט ווען דער טאראנטאער איינוואוינער דעני פיליפידיס איז געקומען קיין ווילמינגטאן, ניו יארק, וואו ער פארברענגט יעדן ווינטער פאר עטליכע טעג אויף די פארשנייטע "סקי" בערג, און ווען ער איז נישט צוריקגעקומען צום באשטימטן צייט פאר נאכטמאל מיט זיינע פריינט, האבן זיי אלארמירט די פּאליציי, וועלכע האבן געעפנט א מאסיווע זוך אקציע. למעשה זעקס טעג שפּעטער האט פיליפידיס טעלעפאנירט קיין ניו יארק, אז ער האט זיך געטראפן אין סאקראמענטא, קאליפארניע, און ער ווייסט נישט וויאזוי דאס האט פּאסירט...

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל