האוואאי – א שרעקעדיגע געשיכטע האט פּאסירט מיט א פליגער פון "יונייטעד עירליינס", ווען דער צודעק פון איינס פון די מאטארן איז אראפּגעפאלן בשעת דער פליגער איז געפארן אין דער לופטן, און פּאסאזשירן זענען אריינגעפאלן אין א פּאניק. דאס האט פּאסירט אויף יונייטעד עירליינס פלייט נומער 1175, וועלכע איז געפארן אויפ'ן וועג פון סאן פראנציסקא קיין האנאלולו, ווען ערגעץ העכער'ן פּאסיפיק אקעאן, האט דער פּאסאזשיר עריק האדאד באמערקט וויאזוי איינס פון די מאטארן פונעם פליגער הייבן זיך אן צו שאקלען און ווארפן, און דערנאך איז דער צודעק פונעם מאטאר אינגאנצן אראפּגעפאלן, זיך נעמענדיג נאכמער שאקלען דעם מאטאר. למעשה האבן די פּילאטן פארארדענט אן עמורדזשענסי לאנדונג אין האנאלולו, און דער פליגער האט געלאנדעט ווי נארמאל, אבער פארט האט עס איבערגעלאזט די פּאסאזשירן טיף דערשראקן, און יונייטעד זאגט אז זי פארשט וואס עס האט פּאסירט.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל