סערביע – צוויי אמעריקאנער בירגער פון פלארידע, ווערן געהאלטן אונטער ארעסט אין סערביע, ווערנדיג באשולדיגט אז זיי האבן גענוצט א דראון צו פילמירן מיליטערישע געביידעס אין דער סערבישער שטאט בעלגראד, וואס דאס סערבישע מיליטער זאגט אז עס איז נישט קיין פערצופאל, געבנדיג אנצוהערן אז די אמעריקאנער האבן געזוכט עפעס ערנסט אנצודרייען, טראץ'ן נישט געבן מער דעטאלן. די ארעסטן קומען נאכדעם וואס מ'האט געהערט עטליכע ענליכע אינצידענטן אין סערביע די לעצטע פאר וואכן, אריינגערעכנט איין אמעריקאנער וועלכער איז ארעסטירט געווארן פאר'ן באזיצן א רעוואלווער, און עקספערטן זאגן אז דאס האט מעגליך מיט רוסלאנד'ס אנטי-אמעריקע איינפלוס אויף סערביע, וואס רוסלאנד זוכט אריינצושטעקן איר פוס דארטן.
הוסף רשומת תגובה