טעהראן – אמווייניגסטנס פינף איראנער זיכערהייט אגענטן זענען אומגעקומען, אין א סעריע קאר אטאקעס און שטעכערייען, וואס זענען דורכגעפירט געווארן דורך סופי-מוסולמענער. די סופי-מוסולמענער זענען א קליינע איסלאמישע מינאריטעט אין איראן, וועלכע שרייען שוין לאנג אז זיי ווערן אונטערדרוקט און געפייניגט דורך דער איראנער רעגירונג, און אין די לעצטע פאר טעג זענען זיי ארויסגעקומען פונדאסניי דורכצופירן מאסיווע פראטעסטן און געוואלדטאטן קעגן דער רעגירונג. שווערע פאליציי קרעפטן זענען אריינגעברענגט געווארן אינעם פאסדאראן דיסטריקט אין טעהראן, אפצושטעלן די פראטעסטן מיט געוואלד, אבער די סופיס זענען געווען גרייט אויפ'ן ערגסטן, און האבן דורכגעפירט עטליכע קאר-אטאקעס און שטעכערייען אויף די זיכערהייט קרעפטן, אומברענגענדיג 5 פון זיי.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל