פעלקאן העווי איז אין פלאן צו לאונטשן Feb 6 אלע ספאטס אין די וויזיטאר סענטער פון וואו מ'קען גוט זען זענען שוין געבוקט.

בשעת'ן לאונטש גייען זיין דארט צוויי חשובע געסט. איינס איז Buzz Aldrin ער איז די אסטראנאט וואס איז ארויף אין ספעיס מיט אפאלא 11 אין יאר 1969, טאקע פון דעם זעלבן פלאץ, און איז די צווייטע מענטשן וואס האט געטרעטן אויף די לבנה.

די צווייטע גאסט איז Harrison Ford א גרויסע עקטער וואס פעלקאן העווי נאמען איז נאך עפעס א קערעקטערס פון זיין עקטען (בקיצור נישט אינטערעסאנט).

בנוגע די פעלקאן העווי איז זייער אינטערעסאנט די צוזאמשטעל דערפון, ס'איז ממש גענומען דריי פעלקאן 9 פירסט סטעידזש אין צאמגעקלעבט איינס צום צווייטן. איינמאל ס'קומט אן אויבן אין א סערטעין הייט, גייען זיך די צוויי זייטיגע אפטיילן און צוריק לאנדן אויף צוויי עקסטערע לאנדונג פעדס (שיפן?) און די חלק וואס גייט בלייבן אויבן גייט יעצט אויסקוקן פונקט ווי א פעלקאן 9 בשעת'ן לאונטש. ס'איז ממש ווי מ'נעמט דריי מענטשן זאלן טראגן א פעקל אנשטאט איינער...

אביסל שפעטער וועט די דריטע פירסט סטעידזש זיך אפטיילן און אריינלאנדן אין אונזער וועלט. דאס מיינט אז אלעס צוזאמען גייען זיין דריי לאנדונגען פון די פעלקאן העווי.

דא איז א מער פונקטליכע בילד ווי מ'קען זען אז אלע דריי פירסט סטעידזשעס זענען איידענטיקעל.

בילד

פון ממה נפשך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל