א שיף מיט 90 פליטים וועלכע האבן פרובירט זיך צו אריבערשווערצן דעם ים פון ליביע קיין איטאליע אריין קיין אייראפע איז איינגעזונקען געווארן און עס הערשט א זארג אז פון צווישן די 90 פליטים אויפ׳ן שיף זענען כמעט אלע אומגעקומען, דערווייל האט מען געפונען בלויז 3 איבערלעבער, און 10 קערפער זענען געפונען געווארן ביי די ברעגעס פון ליביע. ליביע איז פארוואנדלט געווארן אין א צענטער פאר שמולגעריי צוליב איר נאנטקייט צו איטאליע, און פון איבער די גאנצע וועלט קומען אהין פליטים וועלכע זוכן צו זיך אריבערשווערצן דעם גרעניץ, אויף דעם שיף זענען געווארן א מערהייט פון פאקיסטאנער בירגער וועלכע האבן געזוכט צו אנקומען קיין אייראפע. טויזנטער אימיגראנטן זענען שוין אומגעקומען אין די וואסערן, און מען שאצט אז בלויז אינעם לעצטן מאנאט זענען איבער 200 פליטים שוין אומגעקומען אין די ליביער וואסערן.

בילד: שיף מיט 90 פאקיסטאנער פליטים געזונקען אין ים נעבן ליביע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל