א גרויסער, 3.8-אקערלאנד שטח אויף דער 61סטער סטריט צווישן פארט העמילטאן און דער אכטער עוועניו, וועט מעגליך אנטוויקלט ווערן אין א ריזיגן פראיעקט אויפצובויען דארט הייזער און געשעפטן.

לויט'ן פלאן, וועלן אויפ'ן פלאץ, וואס איז טייל פונעם 'לאנג איילאנד רעילראוד', אויפגעבויט ווערן דירות, טייל פון וועלכע וועלן זיין געווידמעט צו נידעריגע פארדינערס, ווי אויך א נעץ פון געשעפטן און אנדערע איינריכטונגען.

דאס פלאץ וועט דערביי בלייבן אין באניץ פאר דעם באן-סיסטעם, און דער פראיעקט וועט אוועקגעשטעלט אויף א פלאטפארמעס, וואס וועלן לויפן העכער דעם רעילראוד סיסטעם.

בילד: עם-טי-עי פלאנט גיגאנטישן בארא-פארק פראיעקט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל