'עקסטעל דעוועלאופמענט' האט אנגעהויבן דאס נייע יאר מיט'ן רעכטן פוס, נאכ'ן באקומען א הלוואה אויף דער פאנסטאסטישער סומע פון 1.14-ביליאן דאלאר, וואס וועט גיין צו פינאנצירן דעם טייערסטן דירה-קאנדאמיניום פראיעקט אין דער היסטאריע פון מאנהעטן.
'סענטראל פארק טאוער', דער נאמען פון דעם לוקסוריעזן פראיעקט, וועט אויפגעבויט ווערן אויף דער וועסט 57סטער סטריט, צווישן די זיבעטע און אכטע עוועניוס. דער בנין וועט באשטיין פון 95 שטאקן און וועט זיין דער העכסטער וואוינארט-בנין אין מאנהעטן.
דער פראיעקט, וואס ווערט געבויט א גאס אוועק פון 'סענטראל פארק', וועט אנטהאלטן 179 דירות, און צוואנציג דערפון וועלן קאסטן פון זעכציג-מיליאן דאלאר און העכער.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה