מיאמי – אויסער דעם וואס פילע קאנגרעס און סענאט זיצן וועלן זיין אויפ'ן שטים צעטל קומענדיגן נאוועמבער, וועלן אין פילע סטעיטס דורכגעפירט ווערן רעפערענדומס און אפשטימונגען אויף פארשידענע געזעצן. אין פלארידע וועט זיין אויפ'ן שטים צעטל א ספעציעלער רעפערענדום, צי די סטעיט זאל געבן ערלויבעניש פאר אזעלכע וואס האבן שוין אפגעדינט זייערע טורמע טערמינען פאר הארבע "פעלאני" קלאגעס, אז זיי זאלן קענען אנטיילנעמען אין וואלן, וואס ביז היינט זענען זיי נישט ערלויבט. עס זענען פארהאן 1.5 מיליאן אזעלכע געוועזענע ארעסטאנטן מיט הארבע קרימינאלע פארגאנגענהייטן, און ס'איז טייל פון אן אנגייענדיגן פאליטישן קאמף, וויבאלד די רעפובליקאנער האלטן אז עס קומט זיך נישט פאר די קרימינאלן א רעכט צו שטימען, אבער די דעמאקראטן זאגן אז די רעפובליקאנער זאגן דאס נאר, ווייל זיי ווייסן אז א גרויסע פראצענט פון די זענען שפאנישע און אנדערע מינאריטעטן, וועלכע וועלן שטימען פאר דעמאקראטישע קאנדידאטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל