וואשינגטאן – נעכטן האט מען געהערט פון עטליכע רעפובליקאנער און דעמאקראטן צוגלייך, אז זיי ווילן אז קאנגרעס און סענאט זאל באשטעטיגן א געזעץ וואס וועט מאכן שווערער פאר פרעזידענט טראמפ פטור צו ווערן פונעם ספעציעלן פראקוראר ראבערט מוללער, וועלכער פירט די טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג. די קאמענטארן זענען געקומען נאכדעם וואס באריכטן האבן געצייגט אז טראמפ האט פאראיאר יוני געוואלט ארויסווארפן מוללער (דאס ווייסע הויז לייקנט די באריכטן), און די צוויי רעפובליקאנער סענאטארן לינדזי גרעהעם און סוזען קאלינס האבן נעכטן ביידע געזאגט אין אינטערוויוען, אז עס וואלט געווען א גוטע זאך אויב מען קען באשטעטיגן א געזעץ וואס וועט באשיצן, נישט נאר מוללער, נאר אלע "ספעציעלע פראקורארן" ביי אויסערארדנטליכע אויספארשונגען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל