די 'פעדעראלע עמוירדזשענסי דיזעסטאר אגענטור' האט צוריקגעצויגן פון א פריערדיגער החלטה און באשלאסן צו דערלויבן רעליגיעזע אינסטיטוציעס וואס האבן געליטן שאדנס פון די 'הארווי' און 'אירמא' שטורעמס צו אפליקירן פאר הילף צו פאררעכטן די שאדנס.

פריער האט 'פימא' פארגעשלאגן געלט בלויז פאר נייטראלע, נישט-רעליגיעזע צוועק, אבער איז געקומען אונטער אטאקע מצד עטליכע קירכעס אין טעקסאס, וועלכע האבן געליטן שאדנס דורך די שטורעמס און האבן גע'טענה'ט אז ס'איז נישט קיין יושר זיי נישט צו העלפן פונקט ווי אנדערע.

בילד: פימא

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל