די בריטישע ״גארדיען״ דעקט היינט אויף ציטאטן פון א בוך וואס קומט ארויס אין די טעג, דער פארפאסער מייקעל וואלף טוט אינעם בוך אנאליזירן און באריכטן איבער די אינערליכע אינטריגעס און קריגעריי אינעם טראמפ קאמפיין און אינעם טראמפ ווייסן הויז. דער בוך באזירט זיך - לויט דעם באריכט - אויף הונדערטער פערזענליכע אינטערוויוס מיט פיגורן אינעם קאמפיין און אינעם ווייסן הויז, אריינגערעכנט פילע שמועסן מיט׳ן פרעזידענט זעלבסט.

דאס אינטרעסאנטסטע טייל איז ווי עס שיינט די שמועסן מיט׳ן געוועזענעם הויפט סטראטעגיסט סטיוו בענאן וועלכער ווערט באטראכט דורך פילע אלס ״דער ארכיטעקט פונעם געווינס״ און דער קאפשטיק אונטער דעם קאמפיין. דאס בוך דעקט אויף אז בענאן האט געשימפט איבער דעם זיצונג וואס דריי הויכראנגיקע קאמפיין מיטגלידער האבן אפגעהאלטן מיט א לויערקע וואס האט זיך פארגעשטעלט אלס פארשטייערין פונעם קרעמעלין און פארשפראכן אז זי האט ״שמוץ אויף פרוי קלינטאן״.

אין א שמועס מיט׳ן פארפאסער פונעם בוך זאגט בענאן מיט א סארקאסטישן טאן ״ווי עס שיינט האבן דריי הויפטן פונעם קאמפיין באשלאסן אז עס איז א גלענצנדע געדאנק זיך צו טרעפן אין די קאמפיין הויפטקווארטירן מיט א אגענט פון א פיינטליכע רעגירונג אן די אנוועזנהייט פון אן אדוואקאט״ און צוגעלייגט ״אפילו אויב די האלטס נישט אז דאס איז פאררעטעריש, אומפאטריאטיש און נאריש - און איך האלט אז עס איז אלע דריי - דארפסטו זיך נאך אלס באלד פארבינדען מיט די עף-בי-איי ווען דו באקומסט אזא אנבאט.

בענאן ווערט ציטירט אינעם בוך איבער די רוסלאנד אויספארשונג זאגנדיג אז די אויספארשונג וועט פירן צו שטורעם און ״דאס ווייסע הויז זיצט ביים ים בארטן און שפעקולירט וויאזוי מען פארמייידט א קאטעגאריע 5 שטורעם״ ער זאגט אז די אויספארשונג וועט זיך קאנצעטרירן ארום די פינאנצן פון דשערעד קושנער און דאנעלד טראמפ דשוניאל וועלכע די אויספארשער ״וועלן ברעכן ווי אן איי״ און זיי וועלן עווענטועל שאפן פראבלעמען פאר׳ן פרעזידענט.

דער פרעזידענט איז נישט שולדיגט געבליבן און עטליכע שטונדען נאכדעם וואס די נייעס איז געבראכן געווארן האט ער ארויסגעגעבן א אפיציעלע סטעיטמענט פון ווייסן הויז אין וועלכער ער שרייבט ״סטיוו בענאן האט גארנישט מיט מיין פרעזידענטשאפט, איך האב אים גענומען נאכדעם וואס איך האבן שוין געווינען די פריימעריס און באזיגט 17 קאנדידאטן, זינט ער האט האט פארלוירן זיין דשאב אין ווייסן הויז איז ער אראפ פון זינען… ער זעט יעצט אז געווינען איז נישט גרינג.. ער איז שולדיג אין די פארלוסט וואס רעפובליקאנער האבן געהאט אין אלאבמא, און ער פארנעמט זיך יעצט מיט פארשפרייטן פאלשע אינפארמאציע און באשמוצן די אדמינסטראציע…״

 
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל