ניו ארליענס – איינס פון די שיקאנעס אין אמעריקע, איז דאס אפצייכענען א טאג וואס ווערט גערופן "מארדי גרא", וואס די וואס צייכענען עס אפ, סימבאליזירן עס דורכ'ן גיין געקליידעט מיט פלאסטישע ביליגע שפילצייג קייטלעך, וואס פארמאגן קאלירטע שטיינדעלעך און שטיקער. פרעגט נישט קיין שאלות, ווייל מיר פארשטייען אויך נישט פשט דערפון... אבער דאס מציאות איז אז א הויפט צענטער פאר דער "מארדי גרא" פייערונג, וואס קומט פאר יעדעס יאר ערגעץ אינמיטן פעברואר, אין דער שטאט ניו ארליענס אין לואיזיאנא, וואס די לאקאלע ביזנעסער און עקאנאמיע געניסט זייער שטארק דערפון, וויבאלד עס קומען צו פארן טויזנטער און טויזנטער פון איבער'ן לאנד, מיטצוהאלטן די פייערונגען – אבער די שטאטישע באאמטע ברויזן געפערליך, וויבאלד די צענדליגער טויזנטער אנטיילנעמער לאזן דערנאך איבער די ביליגע קייטלעך אויף דער ערד, און דאס פאלט אריין אינעם אפלויף סיסטעם, וואו ס'האט געשאפן אן ערנסטע אנלייגעניש און פארשטאפעניש אין די רערן. ביי א לעצטיגע אויפרייניגונג, האבן די אויטאריטעטן ארויסגעשלעפט אזויפיל ווי 93 טויזנט פונט (!) פון די פלאסטישע "מארדי גרא" קייטלעך.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל