טעקסאס – איינס פון די שוועריגקייטן ביים טראוולען מיט א פליגער, איז דאס וואס מען דארף פארברענגען אזוי לאנג אינעם לופטפעלד. זייער אסאך מאל געפינט מען זיך אינעם לופטפעלד פאר לאנגע שטונדן, נישט ווייל עס דויערט טאקע א פאר שעה דורכצוגיין אלע פראצעדורן פון אריינטשעקן, טי-עס-עי סקרינינג און אזוי ווייטער, נאר פשוט ווייל מ'קומט אן גאר פרי צום לופטפעלד, ווייל מען האט מורא אז עס וועלן זיין לאנגע שורות און מ'וועט פארפאסן דעם פליגער, און ס'איז נישטא עכט קיין וועג פון פאראויס צו וויסן בערך ווי שטארק ביזי דער לופטפעלד איז און ווען מען דארף אנקומען, צו קענען זיין צייטליך אויפן פליגער. די פירמע "קאנקור טעקנאלאדזשיס" איז אויפגעקומען מיט א נייעם "עפּפּ", וועלכע וועט קענען פאראויסזאגן פאר א מענטש, אינעם טאג וואס ער דארף ארויספליען, בערך ווי פארנומען דער לופטפעלד איז, און אים זאגן א פונקטליכע צייט ווען עס איז דאס שפעטסטע וואס ער קען זיך ערלויבן אנצוקומען צום לופטפעלד.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל