ווינטער שטורעם ״עלענאר״ רייסט אדורך צפון מערב אייראפע אריינגערעכנט דייטשלאנד און פראנקרייך נאכ׳ן אנמאכן שווערע שאדנס אין בריטאניע, און האט שוין אויסגעשאלטערט די עלעקטעריציטעט פאר הונדערטער טויזנטער און עפעקטירט טראנספארטאציע און אוויאציע, עס איז אויך באריכטעט געווארן איין טויטפאל און צענדליגע פארוואונדעטע אין די פראנצויזישע און שווייצע אַלפען בערג, נאכדעם וואס שניי בערג האבן זיך ארויפגעקייקלט אויף בערג קריכער. אזוי אויך זענען באריכטעט געווארן פעלער פון געשעדיגטע פון פאלנדע ביימער. אין פראנקרייך אליין זענען באריכטעט געווארן איבער 200,000 היימען וואס זענען געווארן אויסגעשאלטערט פון עלעקטעריציטעט, אין פאריז זענען פלי רייזעס אפגערופן געווארן, און דער אייפעל טורעם איז אפגעשפארט געווארן צוליב די שווערע ווינטן וואס קומען אן צו 124 מ.פ.ש.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל