די מדינת ישראל שפיאנאזש אגענטורן האבן אויפגעדעקט אז זיי האבן באוויזן צו לייגן א האנט אויף א טעראר צעל אין די חברון געגענט וועלכע האט געארבעט פאר די איראנער רעגירונג צו זאמלען שפיאנאזש און פלאנירן טעראר אטאקעס. דריי מיטגלידער אינעם צעל - וועלכע איז שוין אקטיוו דריי יאר - זענען געכאפט און ארעסטירט געווארן. לויט די מדינת ישראל געהיים אגענטורן זענען די דריי רעקרוטירט געווארן דורך אן איראנער שפיאן אין דרום אפריקע, און זייער אויפגאבע איז געווען צו אויפשטעלן א שפיאנאזש אפעראציע אינעם מערב ברעג וואס זאל זיך אפגעבן מיט זאמעלן אינפארמאציע איבער מדינת ישראל, און אזוי אויך צושטעלן מדינת ישראל טעלעפאנען און געצייג פאר איראנער אגענטן וועלכע זוכן צו אינפילטרירן מדינת ישראל.

בילד



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל