היינט פרייטאג לויפט אפ דעם דאטום ווען דער אמעריקאנער פרעזידענט, דאנאלד טראמפ, דארף באשטעטיגן פאר קאנגרעס, צי איראן האלט זיך ביי די טערמינען פונעם נוקלעארן אפמאך, און אויב נישט, ציט זיך אמעריקע ארויס פונעם דיעל און די שטייפע סאנקציעס בלייבן אין פלאץ.

אין די לעצטע וואכן זענען פארגעקומען גאר העפטיגע דיסקוסיעס אין דער אדמינסטראציע איבער דעם איראן דיעל, פארשידענע קאבינעט מיטגלידער - דארונטער די יו-ען פארשטייערין ניקי העילי - ראטן אים צו אנולירן דעם אפמאך, אבער דער סעקערטערי אף סטעיט, רעקס טילערסאן, און דער פארטיידיגונס סעקרעטאר, דזשים מעטיס, זענען ביי דער מיינונג אז אזא שריט וועט בלויז ברענגען שאדן.

נעכטן האבן צענדליגער פירער איבער דער וועלט, אריינגערעכנט ענגלאנד און אנדערע אייראפעישע לענדער, עפנטליך אפעלירט צום אמעריקאנער פרעזידענט אנצוהאלטן דעם אפמאך, אנווייזנדיג אז דאס האט אייגנטליך אפגעשטעלט דעם איראנער נוקלעארער פראגראם, און אז דאס צו אנולירן וועט פארשטערקערן די עקסטרעמע עלעמענטן אין איראן, וועלכע זענען קעגן דעם דיעל, און עס וועט זיי געבן שטאף צו העצן קעגן דער מערב וועלט.

די איינציגע אפיציעלע אנדייטונג דערווייל פון דער אדמיניסטראציע איז געקומען פונעם טרעזשורי סעקרעטאר, סטיוו מענוטשין, וועלכער האט געזאגט אז עס וועלן קומען פרישע און שטייפערע סאנקציעס, אבער ס'איז מעגליך אז דאס וועט זיין בלויז קעגן אינדיווידועלן און ארגאניזאציעס וועלכע ווערן באשולדיגט אין טעראר אקטיוויטעטן אדער שענקען פינאנציעלע שטיצע פאר טעראר גרופעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל