נאך א לאנגן דיפלאמאטישן געראנגל מיט ענגלאנד, האט די רעגירונג אין עקוואדאר געשאנקען בירגערשאפט פאר דעם קאנטרווערסיאלען פיגור און אנארכיסט, דזשוליאן אסאנדזש, דער וויקיליעקס גרינדער, וואס איז פארפיינטעט דורך פילע רעגירונגען איבער דער וועלט וועלכע ער האט פארשעמט.

אסאנדזש האלט זיך שוין אויף איבער 5 יאר אין דער עקוואדארער אמבאסאדע געביידע אין לאנדאן, וואו ער איז געקומען זוכן שוץ בעת'ן שיער ווערן ארעסטירט דורך די ארטיגע אויטאריטעטן צו ווערן אפגעשיקט קיין שוועדן, וואו ס'האט אויף אים געווארט אן ארעסט-אורטייל איבער אנדערע באגאנגענע פארברעכנס.

עקוואדאר האט אנגענומען די שטעלונג פון אסאנדזש אז די ארעסט פארלאנג איז בלויז א מיטל אים צו מאכן שטיל, און אז ער איז אייגנטליך א קרבן צו פאליטישע פארפאלגונג, און דעריבער קומט אים אזיל רעכטן, און היינט האט דער אינערן מיניסטער פון עקוואדאר געמאלדן, אז די רעגירונג האט ענדגילטיג באשלאסן אים צו שענקען בירגערשאפט, נאר זי דארף אצינד אויסארבעטן די טעכנישע דעטאלן מיט דער בריטישער רעגירונג, וויאזוי ער קען טראנספערירט ווערן פון דער אמבאסאדע אין לאנדאן קיין עקוואדאר.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל