פראנקרייך – די אידישע קאמיוניטי צענטער שוהל אין סאן מאור, א שטאט אין פראנקרייך נישט ווייט פון פאריז, האט באקומען א סטראשע בריוו, אין וועלכע ס'איז געשטאנען אז מען גייט אונטערצינדן און פארניכטן די שוהל. אינעם בריוו צו דער סאן מאור שוהל, האבן די סטראשע שרייבער ערווענט דאס טאפלטע פייער וואס האט פאסירט אין קרעטעיל, א דערנעבנדיגע שטאט, מיט צוויי וואכן צוריק, וואו צוויי אידישע געשעפטן זענען אונטערגעצונדן געווארן אין געצילטע ארסאן פייערן. אלס רעזולטאט פון דעם סטראשע בריוו, זענען אידישע אקטיוויסטן ארויסגעקומען מיט א הייסע ביטע צו דער פראנצויזישער רעגירונג, צו נעמען פרישע שריט צו באשיצן די אידישע געמיינדע אין אלע שטעט איבער'ן לאנד, וואו מען זעט אן אויפשטייג פון אנטיסעמיטישע אינצידענטן אין די לעצטע פאר וואכן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל