וואשינגטאן – א גרופע קאנגרעסלייט און סענאטארן האבן ארויסגעשטעלט א פארשלאג, אז קאנגרעס זאל באשטעטיגן א רעזאלוציע צו באעהרן דעם אידישן ארגענטינער פראקוראר, אלבערטא ניסמאן, וועלכער איז דערמארדעט געווארן אין בוענאס איירעס מיט דריי יאר צוריק, צוליב'ן אויספארשן די באמבארדירונג אויפן אידישן אמיא צענטער. די רעזאלוציע, וועלכע ווערט געשטיצט דורך קאנגרעסלייט און סענאטארן פון די צוויי שטארק-אידיש באוואוינטע סטעיטס פלארידע און ניו דזשערסי, ברענגט ארויס אז ניסמאן איז דערמארדעט געווארן ביים טון געטריי זיין דזשאב, צו פרובירן צו דערגיין ווער עס האט דורכגעפירט די אמיא באמבארדירונג און צי די ארגענטינער רעגירונג איז געשטאנען אונטער א קאנספיראציע צו פארדעקן די אידענטיטעטן פון די עכטע שולדיגע. אויך ווילן עטליכע קאנגרעסלייט אז קאנגרעס זאל אויספארשן ניסמאן'ס מארד און דערגיין ווער ס'איז געשטאנען אונטער דעם.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל