גריכנלאנד – א ספעציעלער געדענקמאל אין דער גריכישער שטאט שאלוניקי, וואס באעהרט די טויזנטער ארטיגע אידן וועלכע זענען אומגעקומען ביים צווייטן וועלט קריג, איז וואנדאליזירט געווארן. דער וואנדאליזם האט פאסירט בשעת צענדליגער טויזנטער גריכישע בירגער האבן זיך פארזאמלט צו פראטעסטירן קעגן זייער שכן-לאנד מאקעדאניע, פארלאנגענדיג אז מאקעדאניע מוז טוישן איר לאנד נאמען, ווייל דאס ווארט מאקעדאניע איז די היסטארישע שטאט מוקדון, וואס האט אייביג באלאנגט פאר גריכנלאנד. דער פראטעסט איז פארגעקומען אינעם פובליק סקווער, וואו עס געפונט זיך דער אידישער געדענקמאל, און נאך דער ראלי האט מען געטראפן ווי עמיצער האט אנגעפירקלט דעם סימבאל פון די "גאלדען דאון" – אן אפענע אנטיסעמיטישע פאליטישע פארטיי אין גריכנלאנד – אויפ'ן געדענקמאל.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל