וואשינגטאן – סענאטאר טשאק גרעסלי, דער רעפובליקאנער וועלכער שטייט אין שפיץ פון דער סענאט יורידישע קאמיטע, האט נעכטן געזאגט אז דזשעראד קושנער, פרעזידענט טראמפ'ס איידעם און ראטגעבער, האט מורא צו קומען צו דער סענאט קאמיטע פאר א פארהער אלס טייל פון דער רוסלאנד אויספארשונג, ווייל ער ציטערט אז דער טראנסקריפט פונעם פארהער וועט ארויסרינען צום פובליק. סענאטאר גרעסלי האט דערמיט אראפגעריסן זיין קאלעגע, די דעמאקראטישע סענאטארשע דייען פיינסטיין, וועלכע האט מיט עטליכע וואכן צוריק ארויסגעגעבן דעם טראנסקריפט פונעם סענאט פארהער אויף גלען סימפסאן, פירער פון דער "פיוזשען דזשי-פי-עס" פירמע, וואס האט צוזאמגעשטעלט די אנטי-טראמפ "דאסיער", אן דעם וואס פיינסטיין האט באקומען ערלויבעניש פון גרעסלי דאס ארויסצוגעבן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל